נייער טעסטאמענט
מראה
דער נײַער טעסטאַמענט אָדער בְּרִית חֲדָשָׁה (גריכיש: Η Καινή Διαθήκη, אראמיש: דיתקא חדתא) איז דער נײַער בונד פון די קריסטן בנוסף צו דער אַלטער תורה פון די יידן וואָס הייסט תנ"ך. לכתחילה איז זי געשריבן געוואָרען אויף גריכיש, טראָץ דעם וואָס יידן האָבן מערסטנס גערעדט אַראַמיש אין יענע צײַטן. די ברית חדשה באַשטייט פון זיבן-און-צוואָנציק ביכער אָפגטיילט צווישען די פיר בשורות (עוון גליונות) וואס דערציילן איבער די לעבן פון ישו; די מעשה'ס פון די שלוחים, וואס דערציילט איבער ישו'ס שלוחים און די אנהייב דער קירכע נאך זיין עלייה אינס הימעל; די בריווע, הויפטליך פון זיין משולח שאול התרסי/פולוס, אבער אויך פון פטר חמור, ישו'ס ברודער יעקב און די משולחים יהודה און יוחנן; און די נבואה פון יוחנן, וואס דערציילט איבער יום הדין פון די קריסטן.
זי פאלגען אזוי:
- עוון גליונות:
- די בשורה לויט מתי, נאך קירכליכע מסורת, געפאסט פון לוי בר חלפי, איינער דער משולחים פון ישו.
- די בשורה לויט מרקוס, זאל געפאסט געווען פון יוחנן מרקוס, א פרוער קריסט און באגלייטער פון פולוס.
- די בשורה לויט לוקאס, זאל געפאסט געווען פון לוקאס; קאן זיין וואס ער איז געווען א גוי, דער איינציגער גוי פון די פרפאסר דעס נייען טעסטאמענט.
- די בשורה לויט יוחנן, זאל געפאסט גווען פון יוחנן, איינער פון ישו'ס שלוחים; נישט ווי די אנדערע, זעהר עהנליכע בשורות (פאר דעם הייסען זי "סינאפטישע בשורות") שילדערט זי די לעבן'ס ישו גאנץ אנדערש. זי איז די איינציגע ווי ער איז קלאר געצייגט אלס א גאט.
- מעשה'ס השלוחים, זאל געפאסט געווען אויך פון לוקאס. דערציילט איבער די ערשטע נסיעות פון ישו'ס אנהענגער און וויזוי זי האבן פארשפרייטט די נייע גלויבע, צווישען די יודן אונד שפעטער אויך ביי די גויים. אויך דערציילט ווי די פרוש שאול התרסי האט געווארדן פון א רודף דער קריסטען צום פולוס, ישו'ס דרייצענטער שלוח, נאך וואס ער האט איהם געזעהן במחזה.
- פולוס' בריווען, פארשידענע בריווען צו נייע קריסטליכע געמיינדען פון פולוס. ענטהעלט דרייצען בריווען:
- צו די רוימער
- צו די קארינטער, מכתב א' און מכתב ב'
- צו די גאלאטער
- צו די עפעזר
- צו די פיליפער
- צו די קאלאסער
- צו די טעסאלניקער, מכתב א' און מכתב ב'
- צו טימאטעוס, מכתב א' און מכתב ב'
- צו פילימאן
- דער בריוו צו די עברים, א בריוו צו די געמיינדע פון קריסטליכע-יודן (דעמעלסט איז נאך געווען א זאלכע זאך) אין ירושלים, מחבר נישט זיכער בעקאנט, מעג זיין פולוס.
- דער בריוו פון יעקב, געפאסט פון ישו'ס ברודער יעקב, דער אנפירער דער קירכע אין ירושלים, צו די קריסטן ארויס פון ארץ ישראל.
- די בריווען פון פטרוס, מכתב א' און מכתב ב', געפאסט פון פטר חמור.
- די בריווען פון יוחנן, מכתב א', ב' און ג'.
- די נבואה פון יוחנן, שילדערט די ענדעצייטען.